Yiddishe Gas
Local News•by Groyser_Chochem ⭐20•

א פאון איז אויפגעפלאצט אין וויזשניץ בית המדרש, פונקט נאכדעם וואס ער האט אים אוועקגעלייגט פארן דאווענען

Source: BoroPark24

פרייטאג אינדערפרי (16טן אקטאבער) אין וויזשניץ בית המדרש אויף 51סטע גאס לעבן ניו יוטרעכט עוו', איז א פאון באטערי געווארן הייס און אויפגעפלאצט מיט א שטארקן קלאפ.
דער בעל הבית, ר' חיים זעליג קארניצער, האט א קבלה נישט אנצורירן דעם פאון ביים דאווענען (לזכות די רפואה פונעם וויזשניצער רבי'ן), און ער האט אים פונקט אוועקגעלייגט אויפן עק טיש.
ס'איז געווען א קליינע פייער און אסאך רויך, אבער ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און די שול איז געווען גרייט פאר שבת.
ער זאגט: ווען דער פאון וואלט געווען אין קעשענע, וואלט עס געקענט ענדיגן אין שפיטאל.
טיפ: אויב אייער פאון ווערט געשוואלן אדער זייער הייס, הערט אויף צו טשארדזשן און ברענגט אים אריין צו א פאון פיקס.
וואו האלט איר אייער פאון ביים דאווענען?

No replies yet. Write the first one!