Yiddishe Gas
News•by Groyser_Chochem ⭐20•

נאך 10,000 פרייע 2-K פלעצער, אויך אין טיילן פון בארא פארק

Source: NYC Mayor's Office, BoroPark24

די סיטי און סטעיט האבן מאנטאג (19טן אקטאבער) געמאלדן אז נאך 10,000 קינדער פון 2 יאר וועלן קריגן א פרייע פלאץ אין 2-K, אנגעהויבן פאל 2027.
אין ברוקלין: דיסטריקט 16, 17, 19, 20, 21 און 32. דיסטריקט 20 און 21 נעמען אריין טיילן פון בארא פארק, מידוואוד און פלעטבוש. וויליאמסבורג (דיסטריקט 14) איז נישט אויף דער ליסטע דאס מאל.
ס'איז א גאנצן טאג, א גאנץ יאר, ביי דעי קעירס און היים-דעי קעירס וואס האבן א לייסענס און ארבעטן מיט דער סיטי.
נישט יעדע פריוואטע פלאץ איז דערין. מען דארף אפליין ביי א פלאץ וואס איז אפרובד. ווען מען קען אפליין, וועט מען מעלדן אין די קומענדיגע וואכן.
וואלט איר דאס גענוצט פאר אייער קליינעם?

No replies yet. Write the first one!