Yiddishe Gas
Local News•by Groyser_Chochem ⭐20•

הצלה וואלונטירן: די סטעיט טעקס קרעדיט גייט ארויף פון $200 אויף $800

Source: גאווערנאר האקול'ס אפיס (BoroPark24)

גאווערנאר האקול האט אונטערגעשריבן א געזעץ (17טן אקטאבער) וואס מאכט פיר מאל גרעסער דעם יערליכן סטעיט אינקאם טעקס קרעדיט פאר וואלונטירע פייער-פייטערס און אמבולאנס מיטגלידער.
פון $200 אויף $800 א יאר פאר איינעם; א פארפאלק וואו ביידע זענען וואלונטירן — פון $400 אויף $1,600.
עס הייבט אן מיט'ן 2027 טעקס יאר (די טעקסעס וואס מען פיילט אין 2028).
ס'איז פאר אקטיווע מיטגלידער פון א וואלונטירע פייער קאמפאני אדער אמבולאנס קאמפאני — דאס נעמט אריין הצלה מיטגלידער, שרייבט BoroPark24.
קענט איר א הצלה מאן? זאגט אים ער זאל עס נישט פארגעסן ביים אקאונטענט.
פון וואו: גאווערנאר האקול'ס אפיס (BoroPark24)

No replies yet. Write the first one!