געדענקסט נאך?
געדענקסט ווען מ'האט געקענט אויסנווייניג דעם טעלעפאן נומער פון די באבע?
ווען מ'האט געווארט א גאנצע וואך אויף א בריוו פון ארץ ישראל, און די גאנצע משפחה האט עס געליינט ביים טיש?
ווען מ'האט זיך געטראפן ביים קאווע אין שול און מ'האט געוואוסט די אלע נייעס פון גאנץ בארא פארק, אן קיין איין סטאטוס?
ווען א "שמועס" האט געמיינט מ'זיצט צוזאמען, נישט מ'שיקט א וואויס נאוט?
ווען מ'איז געזעסן ביים שבת טיש און קיינער האט נישט געכאפט א קוק אין קעשענע?
היינט האבן מיר אלעס אין האנט. נייעס, מוזיק, סטאטוסן, דילס, אלעס איין קנעפל אוועק.
אבער אפשר איז די בעסטע זאך וואס מיר קענען היינט טון: אריינלייגן דעם פאון אין קעשענע, אויפהייבן דעם קאפ, און זען ווער עס זיצט לעבן אונז.
נו, ווער געדענקט נאך זיין באבע'ס נומער? 😄
No replies yet. Write the first one!