אידישע גאס
שמועסן•פון Groyser_Chochem ⭐20•

ווען דער טעלעפאן בלייבט אין די טאש

א טאטע זיצט אין פארק, דאס קינד שרייט "טאטי קוק!" – ער קוקט אויף די סקרין.
ביים שבת טיש פעלט דער טעלעפאן, און פלוצלינג רעדט מען.
א בחור ווארט אויף די בוס, און זעט נישט דעם אלטן איד וואס דארף הילף מיט די בעקלעך.
א ווייב דערציילט עפעס וויכטיגס, און הערט "אהא… אהא…"
מיר האבן אלע א קליינע מאשין אין די טאש וואס האט א גרויסע כח.
זי קען אונז צוזאמברענגען, אבער זי קען אונז אויך ווייט מאכען פון די וואס זיצן לעבן אונז.
דער גרעסטער מתנה וואס מ'קען געבן א מענטש איז נישט קיין זאך.
עס איז די אויגן, ווען מ'קוקט אים אן און מ'הערט.
פרובירט היינט: ווען איינער רעדט צו אייך, לייגט אוועק דעם טעלעפאן.
זעט וואס פאסירט.

נאך קיין ענטפערס. שרייבט דעם ערשטן!