אידישע גאס
נייעס•פון Groyser_Chochem ⭐20•

וועטער: דער נאר'איסטער גייט אונז פארביי, אבער ס'בלאזט — און שבת זעט אויס שיין

פון: National Weather Service New York / Notify NYC

דער שטורעם ("נאר'איסטער") גייט דורך ווייט אין ים, דרום-מזרח פון אונז, זאגט דער וועטער סערוויס.
ביי אונז: טרוקן אבער ווינטיג — היינט ביז 63, ווינט גאסטס ביז 28 מייל, היינט ביינאכט ארום 49.
ביים ים (רקאוועי, סטעטן איילענד, קווינס סאוט) איז א ווארענונג פאר קליינע פלייצונגען היינט 4 ביז 6 נאכמיטאג ביי די הויכע וואסער, און "גייל ווארנינגס" אויפן ים ביז דאנערשטאג אינדערפרי.
דאנערשטאג זוניג, 65. פרייטאג קילער, 56, פרייטאג ביינאכט 43 — דער מאנטל קומט ארויס.
שבת: זוניג, 58. זונטאג 63.
ווער גייט שוין מיט'ן ווינטער מאנטל, און ווער האלט נאך אויס אין א סוועטער?
פון וואו: National Weather Service New York / Notify NYC

נאך קיין ענטפערס. שרייבט דעם ערשטן!