מ'ווייסט נישט וואס יענער טראגט
זעסט דעם איד וואס האט דיך היינט פארשניטן אויף 13טע עוועניו? אפשר פארט ער יעצט צו מיימאנידעס, זיין ווייב האט פונקט אנגערופן.
זעסט די קאשירערין ביי די גראסערי וואס האט נישט געשמייכלט? אפשר שטייט זי שוין זינט זעקס אינדערפרי אויף די פיס, און אין דערהיים ווארטן פינף קינדער.
זעסט דעם בחור וואס קומט שפעט צום סדר? אפשר האט ער די גאנצע נאכט נישט געשלאפן ווייל דער טאטע ליגט אין שפיטאל.
זעסט דעם שכן וואס האט נישט געזאגט גוט מארגן אינעם עלעוועיטאר? אפשר האט ער היינט באקומען א בריוו פון באנק.
זעסט די מאמע אין פארק וואס שרייט אויף איר קינד? אפשר האט זי שוין דריי נעכט נישט געשלאפן מיט א בעבי מיט קאליק.
זעסט דעם איד אין שול וואס שטייט אזוי לאנג ביי שמונה עשרה? דו ווייסט נישט וואס ער בעט.
יעדער איינער טראגט א פעקל. ביי טייל זעט מען עס, ביי רוב נישט.
אזוי ווי מיר ווילן אז דער אייבערשטער זאל אונז דן זיין לכף זכות, אזוי לאמיר דן זיין יעדן איד.
א שמייכל, א גוט ווארט, א "ווי גייט עס?" קאסט גארנישט. און פאר עמיצן קען עס זיין די גאנצע וועלט.
נאך קיין ענטפערס. שרייבט דעם ערשטן!